פייכטקייט, שימל און אטעמען פראבלעמען
שטאקהאלם – מענטשן וואס וואוינען אין הייזער מיט וואסער שאדנס, פייכטע פלארס אדער אנזעבארע שימל, זענען מער אויסגעשטעלט צו ליידן פון כראנישע סיינוס פראבלעמען, בראנקייטיס און אויך צו ליידן פון אלערגיעס, אסטמא און אנדערע אטעמען פראבלעמען, לויט א לעצטיגער שטודיע פון שוועדן. די פארשער האבן אנאליזירט אינפארמאציע פון איבער 26,000 ערוואקסענע אין 4 שוועדישע שטעט, וועלכע האבן רעאגירט צו א פראגע בויגן איבער זייערע אטעמען פראבלעמען, רויכערן ראטעס, און דאס זיין אויסגעשטעלט צו שלעכטע לופט. ספעציעל האט מען אויסגעפרעגט מענטשן צי זיי ליידן פון כראנישע סיינוס פראבלעמען, און ענליכע פראבלעמען וואס מען זעט געווענליך ביי די וואס וואוינען אין שימלדיגע הייזער. א סך הכל פון 2,992 מענטשן, אדער 11.3 פראצענט, האבן געמאלדן אז זיי האבן צייכענעס פון פייכטקייט און שימל אין די הייזער. די זאכן האבן מער פאסירט אין די פייכטע און ווארעמע קלימאטן פון שוועדן. עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז דאס האבן צייכענעס פון פייכטקייט און שימל אינדערהיים איז געווען פארבונדן מיט א פיל גרעסערן פראצענט צו ליידן פון אטעמען פראבלעמען, סיינוס פראבלעמען, און האלז-נאז קראצענישן.

בילד: פייכטקייט, שימל און אטעמען פראבלעמען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל