ניו יארק – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געזאגט, אז ער וואלט שטארק געוואלט אז די אמעריקאנער רעגירונג זאל איינפירן א יערליכע מיליטערישע פאראדע, ביי וועלכן דאס מיליטער וועט צייגן איר שטארקע מאכט פאר דער גאנצער וועלט. טראמפ האט קאמענטירט בעפאר'ן זיך טרעפן מיט'ן פראנצויזישן פרעזידענט עמאניועל מאקרון ביי דער אנגייענדיגער יו-ען דזשענעראל אסעמבלי פארזאמלונג, דערמאנענדיג אז ער האט באזוכט אין פראנקרייך ספעציעל פאר די "באסטיעל דעי" מיליטערישע פאראדעס, און זאגנדיג אז ער רעדט מיט זיין ווייסן הויז שטאב–הויפט דזשאן קעלי איבער דער מעגליכקייט אז מ'זאל צושטעלן אזא סארט זאך אין אמעריקע, אז יעדעס יאר אינעם יולי 4 חאגע, ווען אמעריקע צייכנט אפ דעם טאג ווען זי איז געווארן א זעלבסטשטענדיג לאנד, זאלן מיליטערישע טאנקען, טרעקלעך און מיסילס פאראדירן לענגאויס דער באקאנטער פענסילוועניע עוועניו אין וואשינגטאן די-סי.

בילד: טראמפ וויל יולי-4 מיליטערישע פאראדע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל