בילד: סענאט באשטעטיגט מיליטערישע געלטער

וואשינגטאן – דער סענאט האט באשטעטיגט א ביל וועלכע וועט צושטעלן זיבן הונדערט ביליאן דאלאר פאר מיליטערישע צוועקן, שטיצנדיג דערמיט א פלאן וואס פרעזידענט טראמפ האט ארויסגעשטעלט צו פארגרעסערן און פארשטארקערן דאס אמעריקאנער מיליטער. די אפשטימונג איז אריבער גאר שטארק, מיט 89 סענאטארן וועלכע האבן געשטימט דערפאר און בלויז 8 וועלכע האבן געשטימט דערקעגן, און עס שטעלט צו ארום 640 ביליאן דאלאר פאר די הויפט טאג-טעגליכע אפעראציעס פונעם פענטאגאן, און אויסער דעם זעכציג ביליאן דאלאר צו פאנדן די אנגייענדיגע מיליטערישע אפעראציעס אין אפגאניסטאן, סיריע און איראק. עס רופט אויך פאר א העכערונג פון 2.1 פראצענט פאר די מיליטערישע געהעלטער און אויך פרישע 8.5 ביליאן דאלאר צו פארשטערקערן אמעריקע'ס מיסיל פארטיידיגונגס סיסטעמען. קאנגרעס האט שוין אין יולי באשטעטיגט זייער אייגענע ווערסיע פון פרישע מיליטערישע געלטער, און יעצט וועלן די ביידע ווערסיעס דארפן צוזאמגעשטעלט ווערן.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל