דער "סיזשער" האט געראטעוועט...
קאליפארניע – אן איינוואוינער אין קאליפארניע האט באוויזן צו פארמיידן דאס ווערן בארויבט דורך באוואפנטע פארשוינען, דורך דעם וואס ער האט געשפילט ווי גלייך ער ליידט פון א "סיזשער". דזשוליאן דרעגלענד דערציילט אז ער איז געפארן אויף דער "בעי עריע רעפיד טראנזיט" באן אין דאלי סיטי, קאליפארניע, ווען פלוצלינג האט עמיצער אים אריינגעווארפן א געשריבענעם נאטיץ וואס האט זיך געלייענט "עס זענען דא צוויי ביקסן געצילט אויף דיר. אויב דו ווילסט לעבן, זאלסטו יעצט אהערגעבן אין דער האנט אריין דיין בערזל און טעלעפאן". דרעגלענד זאגט אז ס'האט אים אריינגעבליצט א געדאנק אין קאפ, אז ער גייט זיך נישט לאזן פאלן א קרבן פון א באוואפנטער רויבעריי, און אינסטינקטיוו האט ער זיך גענומען ווארפן און פאלן פאראויס, ווי גלייך ער ליידט פון א "סיזשער", און נאך ממש געציילטע סעקונדעס, האט דער פארשוין זיך אויפגעהויבן און אפגעטראגן פונעם וואגאן.

בילד: דער "סיזשער" האט געראטעוועט...

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל