פרעזידענט טראמפ איז היינט צום ערשטן מאלג עשטאנען אויפ׳ן פאדיום פונעם פעלקער פאראיין אלס אמעריקאנער פרעזידענט, און האט געגעבן א גאר קאנטראווערסיאלע און  שטורמישע רעדע איבער זיין אויסערן פאליסי. ער האט אדערסירט א רייע פון וועלט אנלעגנהייטן און גלאבאלע געפארן, און זיך מער ווייניגער געהאלטן צו די ״אמעריקע ערשט״ רעטאריק וואס ער האט גענוצט ביי זיין איינשווערונגס רעדע.

ער האט אנגעהויבן זיין רעדע - ווי פארשטייט זיך - מיט׳ן ארויסהייבן די דערגרייכונגען וואס זיין אדמינסטראציע האט שוין געגרייכט אין די 6 חדשים פון זיין טערמין, הויפטזעכליך איבער די עקאנאמיע און די שטארקייט פון די פיאנאנציעלע מארקעטס, און אזוי אויך אז ער האט פארגרעסערט די מיליטערישע בודשעט. דאן האט ער געגעבן זיין צענטראלע מעסעדש זאגנדיג ״אמעריקע טוט רעספעקטירן די זעלבסשטענדגיקייט פון יעדעס לאנד און פארשטייט אז זיי דארפן דינען זייערע אייגענע אינטערעסן אזוי ווי מיר דינען אונזערער אינטערסען״

האט ווידערהאלט זיין וויזיע איבער די פאזיטיווקייט פון נאציאנאליזם און פאטריאטיזם איבער די וועלט, זאגנדיג אז בלויז דורך נאציאנאלע פאטריאטיזם קען די וועלט איבערקומען די געפארן פון טעראר ״בלויז דורך א קאאליציע פון שטארקע, זעלבסשטענדיגע לענדער וועלן מיר קענען באזיגן די שלעכטע כוחות״ האט ער אונטערגעשטראכן.

ער האט דאן אדרעסירט די געפאר וואס דיקטאטורישע רעזשימען שטעלן פאר די וועלט, און ספעציעל די געפאר פון נארט קארעא און געזאגט אז דער ״ראקעט מענטש״ - זיין נייע שפעט נאמען פאר קים יאנג אָן - טוט פייניגן זיין אייגענע פאלק און אויסהונגערן מיליאנען צום טויט, און געזאגט אז אויב זיי גייען אן מיט זייערע פראוואקאציעס וועט אמעריקע נישט האבן קיין אנדערע ברירה נאר צו טאטאל אויסמעקן נארט קארעא פון די מאפע.

ער האט דאן אוועקגעגעבן א באדייטנדע טייל פון זיין רעדע צו אראפרייסן דעם רעזשים אין איראן צייגנדיג אויף זייערע טעראר אקטיוויטעטן אין תימן און אין סיריע, ער האט אראפגעריסן זייער רעקארד פון מענטשן רעכט און גערופן פאר די איראנער פאלק צו זיך קעגנשטעלן דעם רעזשים, און האט דאן באצייכנט דעם איראנער נוקלעארער אפמאך אפמאך אלס א ״בושה״ צו אמעריקע און איינער פון די ארגסטע אפמאכן וואס אמעריקע האט געמאכט איבער די וועלט.

צווישן די אנדערע אנלעגנהייטן וואס ער האט אדרעסירט זענען געווען די דיקטאטורישע רעזשים פון ווענעזועלע און פערעזנליך פארדאמט דעם פרעזידענט ניקאלאס מאדורע אלס א ברוטאלער דיקטאטור וואס טרעט אויף די רעכטן פון זיין אייגענע פאלק, און אזוי אויך די קאמוניסטישע רעזשים אין קובא, זאגנדיג אז ער וועט נישט אראפנעמען די סאנקציעס פון קובא ווילאנג זיי רעספעקטירן נישט מער די דעמאקראטישע רעכטן פון די אייגענע בירגער.

בילד: פרעזידענט טראמפ: מיר וועלן גענצליך פארניכטן נארט קארעא אויב זיי פראוואקירן



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל