דער פארשטייער פון נארט קארעא אין די פעלקער פאראיין האט היינט געזאגט ביי א סעסיע אין די פעלקער פאריין אז די לעצטע מיסיל פראבע איז געווען א ״געשאנק״ אדרעסירט צו אמעריקע און אז זיין לאנד גרייט זיך צו שיקן נאך אזעלכע געשענק פאר אמעריקע. ״אמעריקע וועט באקומען נאך מתנות פון נארט קארעא ווילאנג זי וועט אנהאלטן איר פראוואקאטיווע רעטאריק פון סטראשען אונזער רעפובליק״ האט האן טו סאנג געזאגט אין זיינע באמערקונגען וועלכע זענען געקומען אלס רעאקציע צו די פארדאמונג פון די לעצטע מיסיל פראבע דורך די פעלקער פאראיין.

אין אנדערע נייעס איז געמאלדן געווארן אז יאפאן באטראכט צו אהיימרופן אלע אירע בירגער פון סאוט קארעא. און גרייטן אן קאנקרעטע פלענער צו עוועקיואירן די ארום 50,000 יאפאנעזער וועלכע געפונען זיך אין סאוט קארעא אין פאל אז די מיליטערישע צושטאנד פארארגערט זיך און עס ברעכט אויס א מיליטערישע קריג צווישן אמעריקע און נארט קארעא, א זאך וואס וועט ברענגען א געפאר צו יעדער וואס געפונט זיך אין סאוט קארעא.

בילד: נארט קארעא האלט אן פראוואקאטיווע רעטאריק

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל