האריקעין אירמע וואס אנטוויקלט זיך יעצט אינעם אטלאנטיק איז היינט געשטיגן צו א קאטעגאריע 5 האריקעין, און דערנערנטערט זיך ווייטער צו די בארטנס פון ווירדשין איילענד און פארטא ריקא, און אויב גייט עס ווייטער אויף דעם גאנג קען עס אנקומען ביי די ענדע וואך צו די בארטנס פון פלארידע אדער די קאראליינעס. די האריקעין איז היינט ערווארטעט צו אנקומען צו טיילן פון די קאריביער אינזלן, און וועט פאלן אויף סענט מארטין און אניגואלע, און וועט מארגן אויך אנקומען צו די אינזל פון פארט ריקא און צו די ווירדשין אינזלן.

ביי די ענדע וואך וועט די האריקעין גאנץ מעגליך אנקומען צו די בארטנס פון אמעריקע נאכ׳ן ברענגען ארום 8 ביז 10 אינטשעס פון רעגן ביי די קאריביער אינזלן, מיט ווינטן פון ארום 175 מ.פ.ש. אדער מער. דערווייל איז גאנץ ווארשיינליך אז עס וועט אנפאלן די טעראטאריע פון פארטא ריקא און דער גאווערנער דארט האט דערקלערט א סטעיט אף עמערדשענסי. אין פלארידע האט דער גאווערנער דערקלערט א סטעיט אף עמערדשענסי טראץ די שוואכע מעגליכקייט אז עס וועט אנפאלן, ער האט ערקלערט אז ער וויל נישט נעמען קיין ריזיקע ווען עס קומט צו אזא טויטליכע שטורעם און די סטעיט אף עמערדשענסי וועט העלפן די לאקאלע און פעדעראלע אויטאריטעטן צו ארבייטן אינאיינעם ווי עס דארף צו זיין.

בילד: האריקעין אירמע געשטארקט צו קאטעגאריע 5: פלארידע דערקעלערט סטעיט אף עמערדשענסי

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל