פרעזידענט וולאדימיר פוטין פון רוסלאנד האט נעכטן ביי זיין רעדע פאר די אינטערנאציאנאלע ״בריקס״ סאמיט געווארנט אז ביידע זייטן נוצן איבריגע רעטאריק און נעמען אומוויכטיגע שריט וואס פלאמען אויף די סיטואציע, ער האט אינדארסירט די כינעזער פארשלאג אז צפון קארעא זאל אויפגעבן זייער פראגראם און אמעריקע זאל זיך גענצליך ארויסציען פונעם קארעאר האלב אינזל און ענדיגן די געמיינזאמע טרענירונגען מיט די מיליטער פון סאוט קארעא.

ער האט ווידערהאלט זיין מיינונג היינט זאגנדיג אז ״נארט קארעא וועט געבן זיין פאלק צו עסן גראז און ליידן הונגער פאר זיי וועלן זיין וויליג צו אויפגעבן זייער נוקלעארע פראגראם, און דעריבער איז נאריש צו לייגן נאך און נאך סאנצקיעס. די נוקלעארע פראגראם ווערט געזען אין נארט קארעא ווי זייער איינציגע גאראנטי אז זיי זאלן נישט ווערן ״איינגעשלינגען״ דורך די מערב וועלט. פוטין האט זיך געוואנדן צו אמעריקע און געבעטן צו אויפהערן די ״מיליטעריסטישע היסטעריע״ און זוכן צו נעמען קאנקרעטע שריט וואס זאלן ברענגען נארט קארעא צום פארהאנדלונגס טיש.

בילד: וולאדימיר פוטין: נארט קארעא וועט עסן גראז פאר זיי געבן אויף נוקלעארע פראגראם

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל