די זיכערהייטס קאנסול פון די פעלקער פאראיין האט נעכטן איינשטימיג באשטעטיגט א רייע פרישע סאנקציעס אויף די רעזשים פון נארט קארעא. די סאנקציעס זענען פילע שוואכער ווי דאס וואס איז ארגינעל פארגעשלאגן געווארן דורך אמעריקע און האט אריינגענומען א פולשטענדיגע אויל עמבארגא און אזוי אויךא פרירונג אויף אלע פערזענליכע פארמעגנס פון קים יאנג אָן. די סאנקציעס זענען ווייעכער געווארן צוליב די דרוק פון כינע און רוסלאנד וועלכע האבן געזאגט אז זיי וועלן וועטאירן אזעלכע שארפע סאנקציעס.

די סאנקציעס נעמען אריין א פארבאט צו פארקויפן פאר נארט קארעא נאטורליכע גאז און און אויל, און אזוי אויך טוט עס פארבאטן צו אימפארטירן טעקסטיל פון נארט קארעא. און אזוי אויך טוט עס פארבעטן אלע לענדער פון באנייען די ארבייטער פערמיטן פאר בירגער פון נארט קארעא. די אמעריקאנער פארשטייערין אין די פאראיין ניקי העילי וואס האט אינציאטירט די סאנקציעס האט געזאגט אז דאס זענען די שארפסטע סאנקציעס וואס זענען ארויפגעלייגט געווארן סיי ווען אויף די רעזשים אבער האט געווארנט אז זיי וועלן נאר זיין עפעקטיוו אויב כינע און רוסלאנד וועלן זיך האלטן שטרענג דערצו.

די סאנקציעס זענען געקומען אין רעאקציע צו די הידראדשין באמבע פראבע, און נארט קארעא האט רעאגירט צו די אפשטימונג מיט פרישע שארפע רעטאריק און סטראשונקעס, און געזאגט ״אינגיכן וועלן מיר אנברענגען אויף אמעריקע די גרעסטע טראגעדיע אין איר היסטאריע״.

בילד: פעלקער פאראיין באשטעטיגט פרישע סאנקציעס אויף נארט קארעא

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל