די מדינת ישראל העכסטע געריכט האט אנולירט א געזעץ וואס איז דורכגעפירט געווארן אין די כנסת פון מדינת ישראל וועלכע האט געזאלט פארריכטן א פריערדיגע געזעץ וועלכע האט באפרייט ישיבה לייט פון מיליטערישע דינסט. די געזעץ ״חוק הגיוס״ האט געזאלט רעגולירן די צאל תלמידי ישיבות וואס ברויכן זיך רעקרוטירן צום מדינת ישראל מיליטער און געשטעלט א באשטימטע צאל פון תלמידים וועלכע זענען בארעכטיגט פאר א פולע פטור פון מיליטער. די געזעץ האט געלאזט אפן די צאל תלמידים וועלכע קענען באקומען א אפשטיפונג פון מיליטער דינסט אן א באשטימטע דאטום. אין זייער אורטייל האבן אכט ריכטער געשריבן אז די געזעץ גייט קעגן דאס געזעץ פון מדינת ישראל וויבאלד עס דיסקרימינירט צווישן ישיבה לייט און אנדערע בירגער, די אורטייל געט פאר׳ן פארליאמענט א יאר צו אויפקומען מיט א נייע געזעץ און שטעלט אונטער פראגע צייכן די גאנצע צוקונפט פון די עולם הישיבות אין ארץ ישראל, און איז ערווארטעט צו ערוועקן א שטורעם ביים יהדות החרדית אין ארץ ישראל און אין חוץ לארץ. 

בילד: מדינת ישראל העכסטע געריכט אנולירט ״חוק הגיוס״

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל