די ביזנעס וועלט און די מיליאנען געטרייע אייפאון באנוצער האבן היינט אויפגענומען די נייעס איבער די נייע סעריע פון אייפאונס וואס די עפל פירמע וועט פארקויפן, די פירמע האט אפגעהאלטן א גרויסע פארזאמלונג פון טעכניקער ווי זי האט אויפגעוויקלט די 3 נייע מאדעלן וועלכע זי געט ארויס. און די הויפט נייעס איז געווען די שפאגל נייע ״אייפאון עקס״ וועלכע איז די טייערסטע אייפאון אין די געשיכטע און וועט זיך פארקויפן אנגעהויבן ביי טויזנט דאלער א שטיק. אין צוגאב צו דעם האבן זי אויך ארויסגעגעבן די ״אייפאון 8״ און די ״אייפאון 8 פלאס״ וועלכע האלטן אן די סעריע פון די געווענליכע אייפאון אבער קומען מיט א בעסערע פראסעסאר און עטוואס בעסערע קאמערא. זיי וועלן גיין פאר ארום די זעלבע פרייז וויי זייערע פארגייער.

די אייפאון עקס רופט ארויס אסאך אינטערעס און עפל באצייכנט עס אלס די מערסט פארגעשריטענע סמארטפאון וואס איז ארויסגעקומען סיי ווען. די אויסערליכע געבוי דערפון איז אנדערש ווי די פריערדיגע אייפאונס דערמיט וואס די סקרין גייט פון איין עק ביז׳ן צווייטן און האט נישט קיין קנעפל, און אזוי אויך איז די סקרין פון אן אנדערע מאטריאל און איז שטערקער. די קאמערע איז אויך גאר מאכטפול. א שטארקע טויש אין די אלע 3 נייע מאדעלן איז די פאקט אז מען קען עס ריטשארדשען אן איינשטעקן, בלויז דורך ארויפשטעלן אויף א מאגנעטישע אפאראט וואס טוט עס ריטשארדשען דראטלאז. אזוי אויך טוט זיך די סקרין אויפשפארן דורך דערקענען דעם פנים פונעם באנוצער, און נישט בלויז דורך פינגער אפדרוקן אדער א קאוד אזוי ווי ביז יעצט.

בילד: עפל געט ארויס איר שפאגל נייע סעריע פון אייפאונס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל