די צענזוס ביורא האט ארויסגעגעבן א גאר גרונטליכע און ברייטע שטודיע איבער די עקאנאמישע צושטאנד פון אמעריקאנער פאמיליעס אין יאר 2016, און צייגט אז די דורכשניטליכע פארדינסט פון אמעריקאנער פאמיליעס איז צום צווייטן יאר אין א רייע שטארק געשטיגן, צו א דורכשניט פון 59,039$ פער הויז געזונד. דאס איז א דראסטישע 3.2 פערצענטיגע שפרונג פון די פאראיאריגע שאצונג שוין נאכ׳ן אריינרעכענען אינפלאציע. אזוי אויך איז די צאל אמעריקאנער פאמיליעס אונטער די ליניע פון ארימקייט געפאלן, אזוי אויך צייגט עס אז דאס יאר האבן די מערסטע אמעריקאנער גענאסן פון העלט קעיר ווי סיי ווען. דאס איז שוין די צווייטע יאר וואס די צענזוס ביורא געט ארויס באריכטן וועלכע ברעכן די רעקארד און צייגן אז די צושטאנד פון אמעריקאנער פאמיליעס טוט זיך נאכאנאנד פארבעסערן און שטייט היינט פיל בעסער ווי סיי ווען.

פאראיאר איז די שפרונג געווען מיט 5.3 פראתענט, די גרעסטע שפרונג וואס איז געווען סיי ווען אין די היסטאריע. די יעצטיגע ציפערן זענען א רעזולטאט פון פאליסיס וועלכע זענען איינגעפירט געווארן דורך פרעזידענט אבאמא נאך די עקאנאמישע צוזאמענברוך פון 2008 און די דעמאקראטן ווייזן אן דערויף אלס א באווייז אז דאס צוריקדרייען די פאליסיס פון פרעזידענט אבאמא קען צוריקפירן דאס לאנד צו עקאנאמישע צוזאמענברוך, דאס קומט יעצט ווען מען ערווארטעט א קאמפ אין קאנגרעס און אין סענאט אויף מאסיווע שטייער שניטן, וואס לויט די דעמאקראטן וועט דאס בענעפעטירן די רייכע און נישט העלפן די ארימע און מיטל קלאס.

געוויסע עקאנאמיסטן זאגן אז די באריכט איז א רעזולטאט פון א טויש אין די מעטאד וויאזוי מען שאצט עקאנאמישע וואוקס, און אז די יעצטיגע ציפערן זענען נאך אלס שוואכער ווי דאס וואס מען האט געזען אין 1999, לויט זיי איז די דורכשניטליכע אייקונפט, אריינגערעכנט אינפלאציע, נאך אלס מיט ארום 1.7 פראצענט נידריגער ווי אין 2007 און מיט ארום 2.3 פערצענט נידריגער ווי אין 1999.

בילד: דורכשניטליכע פארדינסט פון אמעריקאנער פאמיליעס גרייכט העכסטע שטאפל

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל