דער רוסישער מיליטער האט היינט ארויסגעגעבן איר אפשאצונג איבער די צושטאנד אין סיריע נאך א לאנג פארצויגענע ציווילע קריג קוקט אויס ווי ענדליך האט די אסאד רעזשים באקומען א קלארע אויבערהאנט, און די מיליטער זאגט אז זי איז אין פולע קאנטראל פון 85% פון סיריע. און די רעבעלן אינאיינעם מיט אייסיס טוען באהערשן בלויז 15% פון סיריע, וואס איז ארום צען טויזנט סקווער מייל. דער קאמאנדיר פון די רוסישע קרעפטן אין סיריע האט אויסגעדריקט קאנפידענץ אז אסאד מיט די הילף פון רוסלאנד איז גאר נאנט צו צוריקנעמען פולשטענדיגע קאנטראל איבער גאנץ סיריע.

דאס קומט נאכדעם וואס סיי רוסלאנד און סיי אמעריקע האבן געהאלפן פארטרייבן אייסיס פון ריזיגע טיילן אין סיריע ווי זי האט געוועלטיגט, און פאריגע וואך האבן זיי פארענדיגט צו איבערנעמען גענצליך די דיר-א-זור ראיאן. די קאמפ קעגן אייסיס איז יעצט קאנצעטרירט אויפזעכליך אין די געגענט פון ראקא נעבן די גרעניץ מיט איראק.

די פאנעמענאלע סוקסעס איז א דאנק די מאסיווע הילף וואס די אסאד רעזשים קריגט פון רוסלאנד און פון איראן, זינט 2015 ווען רוסלאנד האט אונטערגעשריבן א שוץ אפמאך מיט סיריע און זינט דאן טוט זי צושטעלן אמוניציע און געווער פאר סיריע. אצינד טוט שוין רוסלאנד קוקן פאראויס צו שניידן די פרוכט פון איר הילף, און זי גרייט זיך צו אונטערשרייבן גרויסע פינאנציעלע אפמאכן מיט סיריע צו שפילן א צענטראלע טייל אין די איבערבוי פונעם לאנד.

בילד: רוסלאנד: אסאד איז פולשטענדיג אין קאנטראל פון 85% פון סיריע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל