פארשידענע ארבייטער פאראיינען האבן זיך פאראייניגט היינט צו דורכפירן שטורעמישע פראטעסטן קעגן די רעגירונג פון פרעזידענט מאקראן צוליב זיינע פרואוון צו איינצוימען די ברייטע רעכטן וואס די יוניאנ׳ס פארמאגן אין פראנקרייך, עס ווערט געשאצט אז איבער 223,000 ארבייטער האבן זיך באטייליגט ביי די מאסן פראטעסטן אין פארשידענע שטעט. אין פאריז אליין האבן זיך באטייליגט איבער 60 טויזנט, די פראטעסטן זענען אויך פארוואנדלט געווארן אין ראיאטן אין געוויסע געגענטער אין פאריז ווי הונדערטער פראטעסטירער האבן זיך צוזאמענגעשטויסן מיט די פאליציי, 4 פראטעסטירער זענען ארעסטירט געווארן און עטליכע זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל.

די פראטעסטן קומען אין רעאקציע צו די קאמפיין וואס מאקראן פירט צו געבן מער רעכט פאר ארבייטסגעבער צו אפזאגן ארבייטער און אזוי אויך צו העכערן די עלטער פון פענסיע. די פראטעסטירער האבן הויפטזעכליך געברויזט אויף די אויסדרוקן פון מאקראן וועלכע האט אין א רעדע געזאגט אז ער וועט נישט זיך אונטערגעבן צו די דרוק פון ״פאראזיטן און פוילע יונגען״ א זאך וואס האט שטארק אויפגעברויזט די ארבייטער, און האט אויך עפעקטירט די פאפולאריטעט פונעם יונגן פרעזידענט וועלכע איז געווען אויסטערליש פאפולער אין די ערשטע וואכן אין אמט.

מאקראן געפונט זיך יעצט אויף א באזוך אין די סענט מארטין אינזל, א פראנצויזישע טעראטאריע וועלכע איז שווער באטראפן געווארן אין האריקעין אירמע, און קומט אין די צייט וואס עס אנטוויקלט זיך א סקאנדאל נאכדעם וואס עס איז אויפגעדעקט געווארן אז די פראנצויזישע אויטאריטעטן האבן בעפארצוגט די ווייסע און אויסלענדישע טוריסטן ביי די עוועקיואציעס און זיך נישט צופיל געקימערט מיט די שווארצע פערמאנענטע איינוואוינער און אנדערע מינאריטעטן וועלכע האלטן זיך אויף אויפ'ן אינזל א גאנצן יאר.

בילד: שטורמישע פראטעסטן אין פראנקרייך קעגן פרעזידענט מאקראן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל