יוסטאן – פילע זשורנאליסטן איבער'ן לאנד זענען נעכטן ארויסגעקומען צו פארדאמען פרעזידענט טראמפ, נאכדעם וואס דער פרעזידענט האט חוזק געמאכט פון דער מידיא'ס דעקונג איבער'ן היסטארישן האריקעין הארווי. טראמפ האט זיך באצויגן צו דער העראאישער ארבעט פון פילע וואלונטירן און רעגירונג רעטונגס באאמטע וועלכע האבן ארויסגעראטעוועט טויזנטער מענטשן פון די פארפלייצונג וואסערן, און האט ספעציפיש אויסגעלויבט די קאוסט גארד וועלכע "גייען אריין אין ווינטן צו ראטעווען מענטשן, וואס דאס וואלט די מידיא קיינמאל נישט געטאן, נאר אויב ס'איז עפעס א גוטע געשיכטע צו דעקן". זשורנאליסטן האבן רעאגירט אז ס'איז בכלל נישט די ארבעט פון דער מידיא צו ראטעווען מענטשן אין א פארפלייצונג אדער סיי וועלכע קאטאסטראפע. אנדערע האבן אנגעצייגט אויף די פילע פעלער וואו מ'האט באוויזן צו ראטעווען מענטשן אדאנק דעם וואס זשורנאליסטן מיט קאמערעס האבן געצייגט פאר די אויטאריטעטן וואו עס געפינען זיך געשטראנדעטע, און ספעציפיש האט דער יוסטאנער רעפארטער ביל בישאף געזאגט אז ער איז געשטאנען עטליכע שטונדן אין אי-קאליי-פארפּעסטיגטע וואסער צו באריכטן איבער'ן האריקעין, און ער וויל זען דעם פרעזידענט טאן דאס זעלביגע.

בילד: מידיא ברויזט נאך פרישער טראמפ אטאקע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל