וואשינגטאן – נעכטן האט סי-ען-ען פובליצירט דעם אינהאלט פונעם בריוו וואס פרעזידענט באראק אבאמא האט איבערגעלאזט אינעם פרעזידענטליכן טישל פאר פרעזידענט דאנעלד טראמפ אינעם טאג פון טראמפ'ס איינשווערונג. טראמפ האט גלייך נאך דער איינשווערונג געצייגט פאר'ן פובליק דעם קאנווערט מיט'ן בריוו וואס אבאמא האט אים איבערגעלאזט, אבער ביז יעצט האט מען נישט געוואוסט וואס ס'איז געשטאנען דערין. סי-ען-ען ברענגט אז אבאמא האט געשריבן ווארימע וואונטשן פאר טראמפ פאר'ן געווינען די וואלן, אז מיליאנען אמעריקאנער קוקן יעצט ארויס אויף זיין סוקסעס, און ספעציפיש האט אבאמא געשריבן פאר טראמפ 4 פונקטן, אריינגערעכנט אז ער זאל געדענקען אז ער אקופירט דאס ווייסע הויז צייטווייליג, זאל ער דעריבער זען איבערצולאזן דאס ווייסע הויז און אמעריקע'ס דעמאקראטיע שטערקער ווי ס'איז געווען ווען ער האט עס איבערגעלאזט. צום לעצט האט אבאמא געשריבן אז ער שטייט גרייט ארויסצוהעלפן טראמפ מיט סיי וואס ער וועט נאר דארפן, און ער ענדיגט "גוד לאָק!"

בילד: אבאמא'ס בריוו צו טראמפ אין אוועל אפיס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל