וואשינגטאן – נעכטן נאכט איז באריכטעט געווארן אז פרעזידענט טראמפ האט באשלאסן צו אנולירן דאקא, דער פראגראם וואס איז איינגעשטעלט געווארן אין קראפט דורכ'ן געוועזענעם פרעזידענט באראק אבאמא, אז אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכע זענען אריינגעקומען קיין אמעריקע ווען זיי זענען נאך געווען קליינע קינדער, אדער האבן זייערע עלטערן זיי אריינגעשמוגלט, קענען פארבלייבן אין אמעריקע דערווייל. פרעזידענט טראמפ האט ביים קאמפיין פארשפראכן אפצושאפן אבאמא׳ס אלע עקזעקוטיוו ארדערס איבער אימיגראציע, און דער "דאקא" פראגראם איז געווען אריינגערעכנט דערין, טראץ וואס ער האט נאך די וואלן געזאגט אז ״דאקא״ וועט ער אפשר יא לאזן אין קראפט. לויט'ן יעצטיגן פלאן, וואס ווייסע הויז קוועלער האבן נעכטן נאכט איבערגעגעבן, וועט טראמפ מעלדן אז ער אנולירט דאקא, אבער די אנולירונג וועט ערשט אריינגיין אין קראפט אין זעקס מאנאטן ארום, וויבאלד ס'איז דערווארט צו אפעקטירן הונדערטער טויזנטער אימיגראנטן אין לאנד, און ס'וועט זיכער ברענגען אומצאליגע געריכטליכע קאמפן.

בילד: טראמפ וועט אנולירן דאקא פראגראם

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל