יוסטאן – טעקסאס גאווערנאר גרעג עבאט האט נעכטן געזאגט, אז האריקעין הארווי האט ווארשיינליך אפגעקאסט פאר דער סטעיט צווישן 150 ביז 190 ביליאן דאלאר, וואס איז פיל מער ווי די 120 ביליאן דאלאר וואס מ'האט געשאצט פאריגע וואך, און צוואנציג מאל מער ווי די אכט ביליאן דאלאר וואס טראמפ האט פאריגע וואך פארלאנגט פון קאנגרעס. באזונדער האבן אויטאריטעטן געווארנט אז טעקסאס שטייט אויס אן ערנסטע ענווייראמענטאלע פראבלעם אין די צוקונפטיגע חדשים, נאכדעם וואס זייערע וואסער סיסטעמען זענען חרוב געווארן פונעם היסטארישן האריקעין. אלע סוער און דרעינידזש סיסטעמען, און אויך די פובליק וואסער סופליי רערן, זענען שווער געשעדיגט געווארן פון האריקעין הארווי, וואס באדייט אז ס׳וועט זיין ממש אוממעגליך צו רייניגן די וואסער ווי געהעריג פאר א פאר חדשים. נעכטן האט מען אויך געהערט אז די צאל פאטאליטעטן האלט שוין ביי מער ווי 50, און פון דער אנדערער זייט איז געווען גוטע נייעס אז די פייערס ביים ארקעמא כעמיקאל פאבריק אינדרויסן פון יוסטאן, וואס האבן פארשפרייט שעדליכע גאזן, זענען שוין גענצליך פארלאשן.

בילד: האריקעין הארווי קאסטן: 190 ביליאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל