קאנאדע – א בריטישער קאנספיראציע ליבהאבער, וועלכער איז באקאנט אלס העסליכער אנטיסעמיט, גייט אין די קומענדיגע טעג אויפטרעטן מיט א גרויסע רעדע אין ווענקאווער, קאנאדע, וואס האט געברענגט גרויס אויפברויז ביי אידישע קאנאדישע גרופעס. דעיוויד אייק איז באקאנט אלס איינער פון די גרעסטע אנטיסעמיטישע העצער אין דער וועלט, ער פארשפרייט אזעלכע קאנספיראציעס אז די אידן זענען געשטאנען אונטער די סעפטעמבער עלעווען אטאקעס, און אז אידן זענען שולדיג איבער דעם וואס די סטאק מארקעט האט געקראכט אין 08'. ער האט שוין אויך אפט גערעדט איבער'ן האלאקאוסט, אבער אין א סטעיטמענט האט ער געזאגט אז זיין רעדע גייט דויערן צען שעה און ער גייט נישט רעדן קיין איין ווארט איבער אידן, נאר איבער זיינע פאנטאזיעס אז די לבנה עקזיסטירט נישט און אז די רעגירונג ווערט קאנטראלירט דורך א געהיימע גרופע מאדנע באשעפענישן. די "בני ברית קאנאדע" גרופע זאגט אז די ווענקאווער אויטאריטעטן וואלטן ווען געדארפט טאן וואס זיי קענען נאר, אויף א לעגאלן פארנעם, צו בלאקירן אייק פון ערלויבט ווערן צו קומען רעדן.

בילד: אנטיסעמיט וועט אויפטרעטן אין קאנאדע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל