קווינס – ניו יארק סיטי פאליציי האבן געמאלדן אז זיי האבן ארעסטירט אין פאראקעוועי, קווינס, דעם פארשוין בעניטעז ראדאלפאו, וועלכער ווערט באשולדיגט אין דורכפירן דעם "היט ענד ראן" עקסידענט פאראיאר ווינטער, פון וועלכע ר' יהודא קעלעמער הי"ו, דער רב פון "יאנג איזראעל" אין וועסט העמפסטעד, נעסאו קאונטי, איז שווער פארוואונדעט געווארן. דער עקסידענט האט פאסירט אינדרויסן פון הרב קעלעמער'ס שוהל, וואו דער דרייווער איז אנטלאפן פון דער סצענע, איבערלאזנדיג דעם פארוואונדעטן רב אין א שווערן צושטאנד, פון וועלכע ער האט זיך בחסדי ה' ערהוילט און איז יעצט אין א גוטן צושטאנד.

בילד: ארעסט איבער אראפקלאפן אידישן רב

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל