סיריע – די אמעריקאנער-געפירטע קאאליציע וועלכע קעמפט קעגן אייסיס אין סיריע, האט געזאגט נעכטן אז זי האלט ווייטער אן איר בלאקאדע קעגן א קאנוואי פון באסעס וואס זענען אנגעפילט מיט אייסיס קעמפער וועלכע פרובירן אריינצופארן קיין סיריע און אנקומען צו ארטיגע אייסיס-קאנטראלירטע טעריטאריע. די זעקס באסעס, אנגעפילט מיט 300 אייסיס קעמפער און 300 פון זייערע פאמיליע מיטגלידער, זענען באפרייט געווארן פאריגע דורך כיזבאלא און די לעבאנעזער רעגירונג, אלס טייל פון אן אפמאך אז אייסיס וועט פארלאזן די סיריע-לבנון גרעניץ ראיאן, און לבנון האט פארשפראכן נישט צו שטערן די אייסיס באסעס פון אנקומען אריין קיין סיריע וואו אייסיס פארמאגט טעריטאריע. למעשה האט אמעריקע געמאלדן אז אירע קאאליציע קרעפטן וועלן בלאקירן די באסעס, און נעכטן האט מען געהערט אז די בלאקאדע האלט ווייטער אן, און אייסיס האט פרובירט זיך ארויסצודרייען דערפון דורכ'ן זיך צעטיילן אין צוויי גרופעס, וואס עטליכע זענען אפגעשטיגן פון די באסעס און גענומען ציווילע קארס, זיך ארויסצודרייען פון די אמעריקאנער נאכפאלגער.

בילד: אמעריקע יאגט נאך אייסיס קאנוואי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל