דער פרעזידענט פון ווענעזועלע ניקאלעס מאדורא האט געטראפן א ארגינעלע פאלן וויאזוי זיך צוס פראווען מיט די שווערע הונגער וואס פלאגט זיין לאנד, ער האט נעכטן גערופן צו זיינע בירגער צו אנהייבן עסן האזלעך, ער האט געזאגט אז דאס איז א פראקטישע אלטערנאטיוו צו די פראטין וואס מען באקומען פון געווענליכע פלייש, א זאך אין וואס ווענעזועלע מאנגלט גאר שווער. ער האט געזאגט אז די בירגער וועלן דארפן ״זיך שטארקן״ אויף די רחמנות וואס מען האט צו די קליינע האזלעך און זיי אנהייבן באטראכטן אלס א שפייז, און די רעגירונג וועט ארבייטן אויף א פראיעקט צו אהערשטעלן א גרויסע צאל האזלעך פאר די ברייטע באנוץ. די אפאזיציע האט שטארק אראפגעריסן זיין טראגי-קאמישע שריט און געזאגט אז דאס צייגט אויף זיין הארצלאזיגקייט פון די מאדורא רעזשים און אז זיי האבן נישט קיין וועג צו באקעמפן די שוידערליכע הונגער. א לעצטערע שטודיע האט געוויזן אז 75% פונעם פאלק האט אין די לעצטע יאר פארלוירן א דורכשניט פון 17 פונט צוליב די הונגער.

בילד: ווענעזועלער פרעזידענט צום פאלק: עסט האזלעך

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל