רוסלאנד האט אפגעווארפן די היסטעריע אין די מערב וועלט איבער אירע מיליטערישע מאנעווערערס זאגנדיג אז עס האנדלט זיך פון איבערגעטריבענע היסטעריע געטריבן פון אנטי-רוסישע סענטימענטן. די מאנעווערעס האבן זיך אנגעהויבן נעכטן און וועלן גיין ביז סעפטעמבער 20 און קומען פאר ביי די גרעניץ ראיאן פון רוסלאנד און בעלארוס ביים שווארצן ים. נאט״א האט אויסגעדריקט זארג איבער די גאר מאסיווע טרענירונג זאגנדיג אז רוסלאנד האט ליגנט געזאגט פאר די אינטעררנאציאנאלע געמיינדע איבער די ריכטיגע צאל טרופן און עס נעמט אריין ארום 100,000 טרופן און נישט ארום 12,000 אזוי ווי רוסלאנד האט געמאלדן, א זאך וואס האט אויפגעברענגט זארג ביי די שכנים פון רוסלאנד, הויפטזעכליך פוילן און אוקראינע.

בילד: מיליטערישע מאנעווערעס פון רוסלאנד רופט ארויס זארג אין די מערב וועלט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל