דער גאווערנאר פון פלארידע האט פארארדנט דאס אפשליסונג פון די ניורסערי היים, נאכדעם וואס 8 אלטע לייט זענען אומגעקומען צוליב עקסטרעמע היצן און א מאנגל אין עיר קאנדישען. אלע 115 איינוואוינער זענען פון דארט טראנספערירט געווארן, און די פארוואלטער וועלן ווערן אויסגעפארשט אויף מעגליכע קרימינאליטעטן מיט׳ן פארנאכלעסיגן די פאציענטן.

אזוי אויך איז אפגעשפארט געווארן א דערנעבנדיגע שפיטאל, וואס איז אונטער די זעלבע פירערשאפט. די אכט אומגעקומענע זענען צווישן די עלטערס פון 71 ביז 99, און עס קומט נאך פאָר אן אויספארשונג איבער די פונקטליכע פאקאטארן פון זייער טויט, און אויב עס איז געווען נאך עפעס וואס האט געשפילט א ראלע אויסער די היץ. די מערהייט פון די אלטע לייט זענען אפגעפירט געווארן אין ארומיגע שפיטעלער, און ארום נאך 12 געפונען זיך אין א קריטישע צושטאנד, און די צאל אומגעקומענע קענען נאך שטייגן. אין די זעלבע צייט האבן די אויטאריטעטן אין פלארידע געמאלדן, אז די צאל פאטאליטעטן פון האריקעין אירמע, איז געשטיגן צו 25.

בילד: פלארידע שפארט אפ ניורסערי היים ווי 8 זענען אומגעקומען

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל