די אייסיס טעראר גרופע האט דורכגעפירט א פרישע מאסן טעראר אטאקע אין דרום איראק. די אטאקע איז דורכגעפירט געווארן אויף א רעסטוראנט וואס האט געווירבלט מיט איראנער בירגער וועלכע האבן זיך אפגעשטעלט דארט זייענדיג אויפ׳ן וועג קיין מעקא, א שטאט פארהייליגט ביי אלע פראקציעס פון די מוסלעמענער און פילע פארן אהין איינמאל א יאר, ספעציעל יעצט אין די צייט פון די מוסלעמענער חגאות. די טעראריסטן האבן קודם אטאקירט א וואכפונקט און אומגעברענגט עטליכע זעלנער, און פון דארט האבן זיי זיך געלאזט איבער א לאקאלע רעסטוראנט וואס סערווירט די איראנער און די לאקאלע שאיטישער באפעלקערונג, זיי האבן דארט געעפנט פייער און דאן האבן זיך צוויי זעלבסמערדער אויפגעריסן, איינער פון זיי מיט א קאר אנגעפולע מיט אויפרייס מאטריאל און אומגעברענגט איבער 50, און איבער 80 זענען פארוואונדעט געווארן. די טעראר גרופע האט גענומען פאראנטווארטליכקייט און זיך בארימט אויף די פאקט אז זיי האבן אומגעברענגט צענדליגע איראנער בירגער.

בילד: צענדליגע איראנער בירגער אומגעקומען אין טעראר אטאקע אין איראק

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל