פרעזידענט טראמפ איז היינט דאנערשטאג אנגעקומען קיין פלארידע ווי ער טרעפט זיך מיט איינוואוינער און מיט די אויטאריטעטן צו אפשאצן די שאדנס פון האריקעין אירמע און באטראכטן די פארשריט וואס ווערט געמאכט צו צוריקשטעלן די איינריכטונגען וואס פעלן זיך אויס פאר די איינוואוינער. מיט׳ן פרעזידענט זענען מיטגעקומען זיין פרוי און דער וויצע פרעזידענט מייק פענס, זיי האבן דורכשפאצירט א געגענט אין די שטעט נאפעלס, און ער האט שטארק אויסגעלויבט די ארבייט פון פימ״א און די לאקאלע אגענטורן און באצייכנט זייער ארבייט אלס אויסערגעווענליך, און אזוי אויך געזאגט אז די ארבייט צו צוריקשטעלן עלעקטעריק פאר די מיליאנען איינוואוינער אין פלארידע גייט גאנץ גיך און מען מאכט פארשריט. ביים לאנדן אין די פארט מייערס עירפארט האט זיך דער פרעזידענט געטראפן מיט׳ן פלארידע סענאטאר מארקא רוביא און דער ארטיגער גאווערנער ריק סקאט און האט מיט זיי דיסקוטירט די הילף פון די פעדעראלע רעגירונג פאר פלארידע.

בילד: פרעזידענט טראמפ באזוכט פלארידע צו באטראכטן אירמע שאדנס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל