קענווי איילענד .– אן אינטערעסאנטע עפיזאד האט זיך אפגעשפילט פארגאנגענעם וואך, ווען תלמידי ישיבת מתיבתא פון 53 יאהר צוריק, האבן זיך אומגעראכטן באגעגענט מיט זייער רעטער.

שוין יאהרן וואס די מצב מיט דירות און הייזער אין סטעמפארד הילל איז אומדערטרעגליך. די פרייז פון הייזער און די מאנגעל פון דירות – מיט דורכשניטליך 250 חתונות א יאהר -  האט צוגעברענגט אז אסאך משפחות וואוינען אין הייזער פון ווי מען האט זיי שוין פון לאנג פארשיקט, זיי גייען נישט ארויס פשוט צוליב דעם וואס זיי האבן נישט ווי צו גיין און האבן מורא צו באגעגענען זייערע בעה"ב אין גאס. א גרופע עסקנים האבן גענומען די מצב צום הארץ, און זיך אריין געלייגט צו טרעפן א פאסיגע פלאץ צו גרינדען א נייע ישוב. מען האט געגרינדעט א ישוב אין קענווי איילענד, א שעה פון לאנדאן, וואו מ'האט אויפגעשטעלט בנינים פאר פאר די קהלה און מוסדות הקדושים.

איינער פון די נייע תושבים, ר' אלטער אלי' איליאוויטש הי''ו, וואס האט שוין געהערט עטליכע מאל פון זיין טאטע הרה''ח ר' שלום איליאוויטש שליט''א מגדולי חסידי פשעווארסק אין אנטווערפען, איבער די געוואלדיגע חסדי שמים וואס דער פאטער האט בייגעוואוינט ביי דעם שרעקליכע פייער אין ישיבת מתיבתא אין לאנדאן פאר 53 יאהר צוריק אין וועלכע איין בחור האט ליידער פארלוירן זיין לעבן, האט באגעגנט א נישט אידישע שכן, וועלכער האט פארציילט אז ער איז געווען א מיטגליד פון די נארט לאנדאן פייער דעפארטמענט, און ער געדענקט אז ער האט געראטעוועט עטליכע בחורים פון א פייער וואס האט אויסגעבראכן אין א אידישע "קאלעדזש'" אויף קעיזענאוו ראוד.

ר' אלטער אלי' איליאוויטש הי''ו, האט גלייך פארשטאנען פון וואס די גוי רעדט און האט גלייך אנגערופן זיין טאטע צו דערציילן איבער דעם פייער-לעשער.

ווי באקאנט האט אין יאר תשכ"ד האט א שוידערליכע פייער אויסגעבראכן אינעם בנין פון ישיבת מתיבתא אויף קעיזענאוו ראוד, ווען ווען 8 בחורים זענען געשלאפן אינעם דאמעטארי.

די 4 בחורים וואס זענען געשלאפן אויפן אינטערשטן שטאק האבן מצליח געווען זיך ארויס צו כאפן פונעם ברענענדיגע געביידע באצייטענס.

אבער די 4 בחורים וואס זענען געשלאפן אויפן אויבערשטען שטאק, צווישן זיי ר' שלום איליאוויטש און ר' יונה גינזבערג, זענען געווען פארכאפט, נישט האבענדיג קיין שום וועג ארויס.

א בחור וואס איז ארויסגעשפרינגען פון פענסטער איז געלעגן אין שפיטאל אין א ערנסטע צושטאנד, א אנדערע בחור איז ליידער טראגיש אוועק.

ר' שלום מיט ר' יונה האבן מצליח געווען ארויף צו קריכען אויפ'ן דאך פונעם ישיבה געביידע און אויפגעוועקט א שכן פון א דערנעבענדיגע בנין וואס האט אלארמירט די פייער דעפארטמענט.

אלאן טעילאר, ר' אלטער אלי'ס גוי'אישע שכן איז געווען דער וואס האט אראפ געברענגט די צוויי בחורים פונעם דאך אומגעשעדיגט בחסדי שמים.

היינטיגן זונטאג איז פארגעקומען א רירענדע באגעגעניש ביי ר' אלטער אלי' אינדערהיים צווישן מר טעילאר – היינט א מיטגליד פון קענווי איילאנד'ס אינדעפענדענט פארטיי, און ר' שלום, וואס איז ספיציעל געקומען צו פארן פון אנטווערפן, מיט ר' יונה וואס איז געקומען מיט זיין זוהן פון לאנדאן.

א רעפארטער פון איינער פון די לאקאלע צייטונגען איז אויך דארט געווען. ר' שלום האט געוויזן מר טעילאר א שטיקעל פון א צייטונג פון דעמאלס וואס האט באריכטעט דעם פייער, וואס ער האט געהאלטען ביי זיך אלע יאהרן.

אלע באטייליגטע ביים באגעגעניש האבן אויסגעדריקט זייער געפילן, ווען די געראטעוועטע טרעפן זיך מיט זייער רעטער אויף אזא אומגעראכטענע וועג 53 יאהר נאך די פאסירונג.

מר טעילאר האט ארויף געברענגט זיינע זכרונות ווי אזוי ער האט אויפגעשטעלט א לייטער ביים זייט פונעם בנין און אראפ געברענגט די צוויי בחורים.

ער זאגט אז דאס איז ווארשיינליך געווען די שרעקליכסטע פייער מיט וועלכע זיי האבן געהאנדעלט אין יענע יאהרן, די ישיבה געביידע איז געווען אינגאנצען פארברענגט, די טרעפ זענען שוין בכלל נישט געווען, און א טאג דערויף ווען זיי זענען צוריק געקומען באקוקען די פלאץ איז די גאנצע דאך געווען איינגעפאלן.

א נס אז די פייער דעפארטמענט זענען אנגעקומען אין צייט צו ראטעווען די בחורים.

ביים באגעגעניש איז מר טעילאר פרעזענטירט געווארן מיט א פלאש וויסקי, אויסצודריקן די געפילן פון הכרת הטוב פון די געראטעוועטע.

בילד: התרגשות'דיגע באגעגעניש אין קענווי איילענד מיט געוועזענע תלמידי ישיבת מתיבתא ד'לאנדאן

בילד: התרגשות'דיגע באגעגעניש אין קענווי איילענד מיט געוועזענע תלמידי ישיבת מתיבתא ד'לאנדאן

בילד: התרגשות'דיגע באגעגעניש אין קענווי איילענד מיט געוועזענע תלמידי ישיבת מתיבתא ד'לאנדאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל