די אמעריקאנער רעגירונג האט היינט ארויפגעלייגט א רייע סאנקציעס אויף 7 איראנער בירגער און צוויי פירמעס צוליב דעם וואס זיי שטעלן צו הילף פאר די נוקלעארע פראגראם פון איראן. זייערע אלע פארמעגנס אין אמעריקע ווערן איינגעפרוירן און עס ווערט פארבאטן פאר אמעריקאנער פירמעס אדער אינדיווידועלן צו האנדלן מיט זיי. אבער אין די זעלבע צייט איז די טרעזשורי דעפארטמענט נאכגעקומען א פארפליכטונג פונעם נוקלעארער אפמאך און פארגרינגערט פארשידענע אנדערע סאנקציעס. דער סעקערטערי אף סטעיט רעקס טילערסאן האט געזאגט אז דאס באדייט נישט אז אמעריקע איז ביי די מיינונג אז איראן האלט איין דעם אפמאך און די אדמינסטראציע האלט נאך אינמיטן פאסן א באשלוס וויאזוי זיך צו באנעמען מיט דעם אפמאך וואס איז אונטערגעשריבן געווארן אונטער פרעזידענט אבאמא, אבער פרעזידענט טראמפ איז ביי די מיינונג אז עס איז נישט עפעקטיוו, און טוט נישט אדרעסירן איראן׳ס שטיצע פאר טעראר און נאך פראבלעמען וואס זי מאכט אן אינעם ראיאן.

בילד: אמעריקע לייגט פרישע סאנקציעס קעגן איראן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל