אין אן אינטערוויו וואס זי האט געגעבן נעכטן אויף טעלעוויזיע איבער איר נייע בוך האט הילערי קלינטאן געזאגט אז זי גלייבט אז עס איז געקומען די צייט צו עלימינירן די סיסטעם פון עלעקטאראלע קאלעדש וויאזוי פרעזידענטן ווערן ערוועלט אין אמעריקע, און איינפירן א דירעקטע וואל פראצעדור וואס די בירגער ערוועלן דעם פרעזידענט און נישט די 538 פארשטייער פון די עלעקטארעל קאלעדש. אזא סיסטעם וועט ווארשיינליך ארבייטן בעסער פאר די דעמאקראטן ווי עס האט זיך ארויסגעוויזן ביי די לעצטע וואלן ווען הילערי קלינטאן האט געווינען די פאפולערע שטימען מיט איבער 3 מיליאן שטימען אבער האט נאך אלס פארלוירן די עלעקטאראלע קאלעדש שטימען צו דאנעלד טראמפ.

בילד: הילערי קלינטאן: עס איז צייט צו טוישן די עלעקטארעל קאלעדזש סיסטעם

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל