דער מולטי ביליאנער בערי דילער האט געמאלדן, אז ער טוט צונישט מאכן זיינע פלענער צו בויען א גראנדיעזע פארק פאר די ווערט פון 100 מיליאן דאלער אין מאנהעטען, ביי די האדסאן ריווער, פיער אויף וועסט 13. די פארק האט געזאלט זיין אויף א שטח פון ארום 3 אקערלאנד, מיט א עפנטליכע טיאטער פון 700 זיצן אונטער׳ן פרייען הימל, און נאך פארשידענע גאר מאדערנע איינריכטונגען.

אבער נעכטן האט ער געמאלדן, אז ער טרעט צוריק פונעם פלאן, וויבאלד ער שטייט אויס א ענדלאזע רייע פון לאו-סוטס פון עווייארמאנטאלע גרופעס און אקטיוויסטן, וועלכע זאגן אז דער פראיעקט וועט האבן א נעגאטיווע עפעקט אויף די פישן וואס לעבן ביי דעם ברעג. מעיאר די-בלאזיא האט אויסגעדריקט שטארקע פארדרוס, און געזאגט אז די קעגנער פונעם פראיעקט זענען געווען צו אגרעסיוו, און האבן דערמיט אוועקגענומען פון ניו יארק א הערליכע פארק וואס א פילאנטראפ האט געוואלט דעקן פון זיין טאש.


בערי דילער

בערי דילער האט אנגעהויבן זיין קאַריערע דורך אַ פאמיליע טובה אין די מעיל-צימער פון די וויליאם מאָריס אַגענטור נאָכן ארויספאלן פון קאלעדזש נאָך איין זמן. ער איז געווען אויפגענומען ווי אַ געהילף דורך איינעם וואס איז פונקט דאן דערהויבן געווארן אלס פרעזידענט פון עי-בי-סי, און ער האט אים מיטגענומען צו ניו יארק סיטי. דילער איז באַלד געשטעלט געווארן צו פארהאנדלען בראָדקעסט רעכטן פון זייערע פילמס. ער האט זיך ארויפגעארבעט צו וויצע פרעזידענט פון אנטוויקלונג, אין 1965. דילער איז אויך געווען דער פירער פון פאראמאונט, פאקס, עקספידיע, קאקא קאלא און נאך

בילד: פלאן פון 100 מיליאן דאלערדיגע פארק צונישט געווארן

בילד: די גראנדיעזע פלענער פונעם פארק

בילד: דער 75-יעריגער מולטי ביליאנער, בערי דילער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל