עמעזאן האט היינט אנאנסירט אז זיי טוען אקטיוו זוכן פאר א שטאט וואס זאל זיין די גאסט געבערין פאר איר פרישע הויפטקווארטירן, אין צוגאב צו די ריזיגע צענטער וואס זי האט אין סיאטעל וואשינגטאן. די אנאנסירונג ברענגט א קאנקורענץ צווישן פארשידענע שטעט וואס זוכן צו באקומען די ריזיגע עקאנאמישע בענעפיטן וואס אזא הויפטקווארטיר ברענגט מיט זיך.

אין די מעלדונג האט עמעזאן ארויסגעלייגט אירע קרייטעריעס איבער די סארט שטאט וואס זי זוכט, צווישן אנדערע עס זאל זיין א מעטראפאל מיט אמווייניגסטנס א מיליאן איינוואוינער און א סטאבילע ביזנעס אטמאספער. דער הויפט פון עמעזאן דשעף בעזאס האט געשריבן אז דער נייער הויפטקווארטיר וועט אפערירן אויף די זעלבע פארנעם ווי די ריזן צענטער אין סיאטעל און זיין אייניג גרויס. די פירמע האט געגעבן די געלגענהייט פאר לאקאלע רעגירונג צו אריינשיקן זייערע פארשלאגן, און שרייבן א דעטאלירטע באריכט פארוואס זיי האלטן אז עמעזאן זאל עס ברענגען צו זיי. די פארשלאגן קענען ווערן אריינגעגעבן ביז אקטאבער 19 און די פירמע וועט מעלדן איר באשלוס קומענדיגע יאר.

די צענטער פעלט זיך אויס צו נאכקומען די אומגעהויערע וואוקס פון עמעזאן, די פירמע האט היינט איבער 382,000 ארבייטער אלוועלטליך. אין אמעריקע האט זי פארמאגט אין 2011 ארום 30,000 ארבייטער, און ביי די ענדע פון פאריגע יאר האבן זיי שוין געהאט איבער 180,000 ארבייטער. און זי האט פארשפראכן דעם יאנואר צו ברענגען פרישע 100,000 דשאבס אין אמעריקע אין די קומענדיגע 18 חדשים.

בילד: עמעזאן זוכט א פלאץ פאר נאך א הויפטקווארטיר וואס וועט צושטעלן 50,000 דשאבס



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל