באריכטן געבן איבער אז די פראמינענטע נעץ פון שפילצייג און צוגעהערן פאר קינדער ״טויס-אר-אס״ האט אויפגענומען א לעגאלע שטאב וואס זאל איר העלפן זיך אנגרייטן פאר א באנקראט, די פירמע איז אין א דעפעציט פון 400 מיליאן דאלער פון וועלכע זי קען נישט ארויסקריכן. א ווארטזאגער פאר די קאמפאני האט געזאגט אז זי לייגט נאך האפענונג פאר א גאר גוטע סעזאן אין די בעפארשטייענדע חגאות סעזאן, און נאך מעגליכע סטראטעגיעס צו פארגרעסערן סעילס, אבער אויב וועט דאס נישט לייגן די פירמע אויף די ריכטיגע רעלסן וועלן זיי דארפן איינגעבן א אפיציעל באנקראט.

די פירמע איז אפגעקויפט געווארן צוריק אין 2005 דורך צוויי פריוואטע אינוועסטירער פאר 6 ביליאן דאלער. און פאר עטליכע יאר איז די נעץ געווען די גרעסטע פארקויפער פון פראדוקטן פאר בעיביס ווי דייפערס און קינדער וועגלעך. אבער אזוי ווי אלע ריטעיל נעצן איז זי שטארק באטראפן געווארן פון עמעזאן און פון אנדערע אינטערנעט באזירטע פארקויפער, און די לעצטע צוויי יאר טוט איר דעפעציט בלויז שטייגן. טויס-אר-אס וועט זיין בלויז נאך איין פירמע אין די רייע פון צענדליגע ריזיגע געשעפטן וואס האבן באנקראטירט אדער איינגעשרימפן א דאנק די מאנסטערישע סוקסעס פון עמעזאן.

בילד: טויס-אר-אס שפילצייג געשעפן נעץ גרייט זיך פאר באנקראט



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל