בילד: רעפובליקאנער שליסן זיך אן מיט דעמאקראטן צו ענדיגן דשערימענדערינג
א רייע פראמינענטע רעפובליקאנער האבן אריינגעגעבן זייער מיינונג צום העכסטן געריכט אין וועלכע זיי נעמען זיך אן פאר די דעמאקראטן איבער די פראבלעם פון דשערימענדערינג. א פאליטישע פראקטיק וועלכע טוט ערלויבן פאר פארטייען צו בלייבן ביי די מאכט דורך אויסשטעלן די דיסטריקטס אויף א וועג אז זייער פארטיי זאל האבן א אויבערהאנט אויף א לאקאל שטאפל. צום ביישפיל דורך אריינשטופן א מערהייט פון 90 פראצענט דעמאקראטן אין איין דיסטריקט און 55 פראצענט רעפובליקאנער אין דערנעבנדיגע דיסטריקט, און אזוי ארום באקומען די רעפובליקאנער א שטערעקער אויבערהאנט, און אזוי אויך פארקערט.

דשערי-מענדערינג איז אין די לעצטע יארן שטארק באנוצט געווארן דורך רעפובליקאנער אלס א פאליטישע געצייג צו אריינלייגן מינאריטעט געמיינדעס אין איין דיסטריקט, און צוטיילן בלאק וואוטס. און אזוי ארום האבן די רעפובליקאנער געמאכט שטארקע געווינסן אין פארשידענע סטעיטס און לאקאלע רעגירונגען. צום ביישפיל אין וויסקאנסין האבן די רעפובליקאנער געווינען 60 פראצענט פון אלע סטעיט זיצן טראצדעם וואס זיי האבן געהאט בלויז 48 פראצענט פון די פאפולערע שטימען.

די סופרים קאורט באטראכט יעצט א קלאגע דורך א רייע ארגאניזאציעס וועלכע ווערן געשטיצט דורך די דעמאקראטן צו דערקלערן דשערימענדערינג אלס א אומלעגאלע אקט, צווישן די וועלכע קעמפן פאר די ווייטערדיגע באנוץ פון דשערימענדערינג געפונען זיך די נאציאנאלע רעפובליקאנער פארטיי.

אין די לעצטע טעג האבן פארשידענע הויכראנגיקע רעפובליקאנער פיגורן אריינגעגעבן זייער מיינונג צום העכסטן געריכט אז זיי האלטן אויך אז דאס איז קעגן די קאנסיטיטוציע, דאס רעכנט אריין סענאטאר דשאן מ׳קעין, גאווערנער דשאן קעיסיק פון אהייא, באב דאול דער געוועזענער פרעזידענט קאנדידאט, ארנאלד שווארצענעגער פון קאליפארניע און נאך א צאל רעפובליקאנער.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל