נעכטן האט פרעזידענט טראמפ שטארק איבעראשט די פאליטישע וועלט ווען ער האט אין א זיצונג מיט די לעגיסלאטיווע פירער פון ביידע הייזער איינגעשטימט מיט די דעמאקראטן און זיי אינגאנצן נאכגעגעבן זייער פארלאנג צו פארלענגערן די חוב באגרעניצונג מיט בלויז 3 מאנאטן אנשטאט ביז די ענדע פון 2018 וואס די רעפובליקאנער האבן געוואלט. די רעפובליקאנער האבן געצילט צו שלעפן די קאמפ ארום די נאציאנאלע חוב ביז נאך די 2018 וואלן.

א דאנק דעם קאמפראמיס האט סענאט היינט אדורכגעפירט א הילפס-פעקל פאר טעקסאס מיט א אומפארטייאישע מערהייט פון 80 קעגן 17. אבער רעפובליקאנער זענען נאך אלס שטארק באליידיגט איבער די פאקט אז דער פרעזידענט האט זיי אויסגעשפילט, און בלויז עטליכע שטונדן נאכדעם וואס די רעפובליקאנער פירער האבן אראפגעריסן דעם דעמאקראטישן פארשלאג האט עס דער פרעזידענט גערן אדאפטירט.

פאליטישע אנאליסטן האלטן אז דאס איז א סטראטעגישע שריט פונעם פרעזידענט זיך צו דערנענטערן צו די דעמאקראטן אין ליכט פון זיין שווערע באציאונגען מיט די רעפובליקאנער אין קאנגרעס, און ספעציעל אין בעפארברייטונג צו די אפשטימונגען ארום שטייער רעפארם וואס ער וועט דארפן האבן שטיצע ביי די דעמאקראטן.

אלס א צייכן פאר די באנייעטע באציאונגען האט דער פרעזידענט היינט אינדערפרי גערעדט טעלעפאניש מיט די מינאריטעט פירערין אין קאנגרעס נענסי פעלאוסי וועלכע האט אים געבעטן צו געבן א פארשפרעכונג אז ער וועט נישט דעפארטירן די יונגטליכע וועלכע זענען אנגעשלאסן אין די דאקא פראגראם, דער פרעזידענט האט טאקע היינט געשריבן אויף טוויטער אז אפילו אויב דאקא לויפט אויס נאך 6 חדשים וועט די רעגירונג נישט נעמען קיין שריט קעגן די יונגע אימיגראנטן.

בילד: פאליטישע וועלט ערשטוינט פון פרעזידענט טראמפ׳ס אפמאך מיט דעמאקראטן



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל