דער לעגאלער ראטגעבער פאר די רעגירונג אין מדינת ישראל האט איינגעמאלדן פאר שרה נתניהו די ווייב פון דעם מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער אז זי וועט מארגן ווערן פארמאל אנגעקלאגט דורך די פראקורארן אויף קארופציע קלאגעס צוליב דעם וואס זי האט איבערגעטריבן די אפיציעלע רעגירונג הוצאות און מיסברויכט רעגירונג געלטער פאר פערזענליכע באנוץ, די קעיס פארלאזט זיך אויף די עדות׳שאפט פון א געוועזענער מענעדשער פון די רעזידענץ וועלכער האט אויפגעדעקט פילע קארופציע וועלכע קומט דארט פאר. דער פרעמיער מיניסטער האט רעאגירט אז זיי ווייב איז אומשולדיג און זי עס גרייט צו אויפווייזן אין געריכט. אזוי אויך טוען פילע אין מדינת ישראל באטראכטן די גאנצע קעיס ווי א פאליטישע אטאקע פון לינקע עלעמענטן אין די פאליציי וועלכע זוכן צו אומווארפן די רעכטע רעגירונג פון נתניהו.


בילד: פראקורארן פון רעגירונג וועלן איינרייכן קלאגעס קעגן פרוי פון פרעמיער מיניסטער נתניהו



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל