דער אויסערן מיניסטער פון כינע האט געזאגט אז טראץ וואס כינע איז ביי די מיינונג אז ביידע זייטן דארפן קומען צום פארהאנדלונגס טיש, וועלן זיי אבער שטיצן פרישע סאנקציעס וואס די פעלקער פאראיין גרייט זיך צו ארויפלייגן אויף נארט קארעא. ״מיר גלייבן אז די סאנקציעס איז בלויז א האלבע שליסל צו אנקומען צו ריכטיגע שריט פון פארהאנדלונגן״ האט דער אויסערן מיניסטער געזאגט. און דערביי צוגעלייגט אז ער רופט פאר א אפשטעל אויף פון די מיליטערישע איבונגען פון אמעריקע אויפ׳ן קארעאר האלב-אינזל, און פון די מיסיל דעפענס סיסטעם אין דרום קארעא וואס שטייט אויס שטארקע קעגנערשאפט פון כינע.

די שטיצע פון כינע איז גאר קריטיק וויבאלד כינע האט א וועטא מאכט אין די זיכערהייטס קאנסיל און סיי וויבאלד זי איז די הויפט האנדלס שותף פון צפון קארעא, און רוב פון איר עקספארט גיין קיין כינע. די לעצטע רייע פון שטארקע סאנקציעס האבן זיי אויך באשטעטיגט. קוועלער אין כינע זאגן אויך אז די מיליטער אין כינע טוט אין די לעצטע וואכן פארשטערקערן די מיליטערישע טרענירונגען און דריל, און ווי עס שיינט זוכן זיי צו זיין גרייט אויף די מעגליכקייט פון א קריג צווישן אמעריקע און צפון קארעא.

בילד: כינע וועט שטיצן פרישע פעלקער פאראיין סאנקציעס קעגן נארט קארעא



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל