די סירישע רעזשים איז שטארק אויפגעברויזט איבער די לעצטע לופט אטאקע וואס מדינת ישראל האט דורכגעפירט אין סיריע קעגן א באזע פון די סירישע מיליטער אין וועלכע 2 סאלדאטן זענען אומגעקומען. די אטאקע איז דורכגעפירט געווארן קעגן די מאסייעף באזע וועלכע מען גלייבט דינט אלס סטארעדש פאר כעמישע וואפן, די אטאקע האט געצילט וואפן וועלכע זענען געווען אויפ׳ן וועג פאר די כיזבאללע טעראר גרופע. מדינת ישראל האט עטליכע מאל קלאר געמאכט אז זיי זוכן זיך נישט צו אריינמישן אין די סירישע בלאטע אבער זיי האבן א רויטע ליניע ווען עס קומט צו וואפן ליפערונגען פאר די טעראר גרופע כיזבאללע וועלכע דינט ווי אן ארעם פון איראן אין לבנון און טוט באדראען מדינת ישראל.

א אבזערוואטארי גרופע וועלכע באאבאכט וואס טוט זיך אין סיריע זאגט אז אין דעם באזע האבן זיך געפונען מיסילס וועלכע קענען פליען מיט א שטארקע פונקטליכקייט און עס איז געווען אויפ׳ן וועג צו כיזבאללע פון איראן. דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער האט געזאגט פאר פרעזידענט וולדאדימיר פוטין אז אויב וועט איראן פרובירן צו אריבערפירן אזעלכע סארט מיסילס וועט די מדינת ישראל מיליטער אטאקירן.

בילד: מדינת ישראל באמבאדירט סירישע מיליטער באזע

בילד: מדינת ישראל באמבאדירט סירישע מיליטער באזע



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל