קאנגרעסמאן סטיוו סקאליסע, א הויכראנגיקער געזעצגעבער און דער מאיאריטעט וויפ פון די רעפובליקאנער פארטיי אין קאנגרעס, האט זיך היינט אומגעקערט צו די ארבייט נאכ׳ן זיין אפוועזענד פאר 15 וואכן צוליב דעם וואס ער איז קריטיש פארוואונדעט געווארן אין א שיסעריי. ער איז אויפגענומען געווארן גאר ענטוזיאסטיש, און געגעבן א קורצע רעדע אין וועלכע ער האט ארויסגעהויבן די בראווקייט פון די זיכערהייט וועכטער וועלכע האבן געראטעוועט זיין לעבן, און האט זיך באדאנקט אויף די שטיצע וואס ער האט באקומען פון קאנגערסלייט פון ביידע פארטייען.

ער האט געזאגט אז ער גלייבט קלאר, אז עס האט צו אים פאסירט א נס, א דאנק די געבעטן פון פילע אמעריקאנער. סקאליסע גייט נאך מיט די הילף פון א וואלקער, און האלט נאך אינמיטן זיין ערהוילונג, אבער איז שוין אין גענוג א גוטע צושטאנד צו זיין צוריק ביי די ארבייט. ווי ברייט באריכטעט, איז ער דערשאסן געווארן דורך דשאן האטשקינסאן, וועלכער האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין געטריבן פון פאליטישע מאטיוון, און זיין לעבן האט געהאנגן אויף א האר.

בילד: קאנגרעסמאן סקאליסע קערט זיך אום צו קאנגרעס 15 וואכן נאכ׳ן געשאסן ווערן



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל