די עם-טי-עי האלט אינמיטן א פראיעקט פון אריינשטעלן פארגעשריטענע טעכנאלאגישע אפאראטן ביי די אריינגענג צו די בריקן און טונעלן, אבער עס הערשט א אומקלארקייט וואס דאס איז און וואס טוט זיך אינעווייניג אין די שווארצע קעסטלעך. פילע מידיע פארלאנגן פון די אגענטור צו אויסקלארן וואס פונקטליך איז די ציל פון די 100 מיליאן דאלערדיגע פראיעקט איז צוריקגעוויזן געווארן, נאר זיי האבן געגעבן א אומקלארע אנדייטונג אז עס האנדלט זיך פון טעכנאלאגיע וועלכע פעלט זיך אויס פאר זיכערהייט און אנטי-טעראר צוועקן. די פרעסע שפעקולירט אז עס האנדלט זיך פון גאר פארגעשריטענע קאמערעס וועלכע קענען דערקענען מענטשליכע געזיכטער, אבער קיינער ווייסט נישט פאר זיכער.

בילד: מיסטעריע: וואס אנטהאלטן די שווארצע טורעמעס ביי די בריקן און טונעלן?



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל