דער פרעזידענט האט נעכטן אין א רעדע ארויסגעלייגט זיין שטייער פלאן וואס איז געווארן אויסגעארבעט דורך זיין אדמיניסטראציע אינאיינעם מיט די רעפובליקאנער פירערשאפט, די אונטערשטע שורה פון די טעקס רעפארם איז אז די שטייער סיסטעם זאל זיין איינגעטיילט אין דריי טיילן. די רייכסטע זאלן צאלן בלויז 35% אראפ פון די ביז יעצטיגע 39.6%, די מיטל קלאס זאל צאלן בלויז 25% און די נידריגע פארדינער זאלן צאלן בלויז 12% שטייערן. אזוי אויך וועט דאס אנולירן פילע זייטיגע שטייערן, און פארגרינגערן די פראצעדור פון איינגעבן די שטייער דאקומענטן.

אויב די רעפארם גייט אריבער איז עס די גרעסטע דורכברוך אין שטייער רעפארם וואס מען האט געמאכט די לעצטע 30 יאר, אבער די דעמאקראטן האבן שוין קלאר געמאכט אז זיי וועלן דאס באקעמפן, און זאגן אז די עיקר פארדינער דערפון זענען די רייכע, זיי צייגן אן אלס ביישפיל אויף די ירושה שטייער, א שטייער וואס לייגט ארויף 40% שטייער אויף פארמעגנס וואס גייט אריבער בירושה און טראמפ וויל דאס עלימינירן, זיי זאגן אז זי שטייער איז בלויז אויף פארמעגנס פון איבער 5.49 מיליאן דאלער, און בלויז די גאר רייכע וועלן פארדינען פון דאס עלימינירן, און דאס וועט אויסליידיגן די רעגירונג קאסע.

די דעמאקראטן זאגן אז בלויז 3 פערצענט אמעריקאנער צאלן העכער 30% שטייערן, און דאס נעמט אריין הויפטזעכליך רייכע לויער, דאקטוירים, און אנפירער פון גרויסע קארפאראציעס, דעריבער איז די שטייער שניטן בלויז נאך א ביינדל פאר די רייכע אין די צייט וואס עס וועט צווינגען די רעגירונג צו שניידן פראגראמען פאר די ארימע צוליב א 3 טריליאן דאלערדיגע דעפעציט וואס עס איז ערווארטעט צו שאפן אין די רעגירונג קאסע.

בילד: דעמאקראטן זענען קאמפס גרייט קעגן שטייער רעפארם



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל