אין די פארגאנגענע 7 פרעזידענטליכע וואל פארמעסטן זינט 1992 זענען אין פלארידע אפגעגעבן געווארן 50 מיליאן שטימען, און בלויז 18,000 מער דעמאקראטן האבן געשטימט ווי רעפובליקאנער. דאס איז ארום 0.04%, א ברוכטייל פון א פראצענט. דעריבער ווערט פלארידע באטראכט ווי די מערסט וואקלדיגע שטאַט ווען עס קומט צו פאליטיק, און יעדע קליינע טויש אין די דעמאגראפיע, קען בייגן דעם וואגשאל פאר איין זייט.

דעריבער קוקן פאליטישע אנאליסטן יעצט צו די פלייץ פון אימיגראנטן וועלכע קומען זיך באזעצן אין פלארידע אין ליכט פון די שווערע שאדנס וואס די לעצטע האריקעין האט געברענגט פאר פארטא ריקא, און זאגן אז דאס קען ברענגען דערצו אז די דעמאקראטן זאלן זיין מער פארזיכערט מיט פלארידע אין צוקונפטיגע פארמעסטן.

בילד: וועלן די פארטא ריקאנער אימיגראנטן איבערוועגן פלארידע פאר די דעמאקראטן?



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל