דער פרעזידענט איז נאכגעקומען די פארלאנג פון די אויטאריטעטן אין פארטא ריקא, און האט אנולירט דעם ״דשאונס אקט״ א הונדערט יעריגע געזעץ וועלכע פארלאנגט אז יעדע שיף טראנספארט צווישן צוויי אמעריקאנער טעראטאריעס מוזן זיין אמעריקאנער געבויעטע שיפן און אפערירט דורך אמעריקאנער פירמעס, א זאך וואס איז געקומען צו באשיצן אמעריקאנער האנדל אין די אלטע צייטן, אבער האט שוין נישט היינט אזא וויכטיגקייט אין די מאדערנע עקאנאמיע. די באגרעניצונג איז אראפגענומען געווארן נאך נאכאנאנדיגע געבעטן פון די אויטאריטעטן אין פארטא ריקא און דער גאווערנער ריקארדא ראזאלע וועלכע האבן געזאגט אז דאס טוט פילפאכיג פארשווערן די ארבייט צו שיקן הילף פאר דעם אינזל.

בילד: פרעזידענט טראמפ נעמט אראפ שיפינג באגרעניצונגען קיין פארטא ריקא



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל