נאכדעם וואס פילע קלאנגען האבן געזאגט אז ער איז טויט, טייל דערפון באשטעטיגט דורך די רוסישע רעגירונג, האט דער אייסיס פירער אבו באכר אל באגדאדי פארעפנטליכט א פרישע רעקארדירונג אין וועלכע ער באציהט זיך צו לעצטערע אנטוויקלונגען איבער די וועלט ווי די אנגעצויגנקייט צווישן אמעריקע און נארט קארעא און נאך. די רעקארדירונג איז בלויז אודיא און מען קען אים נישט זעהן אבער עס איז באשטעטיגט אז עס איז זיין שטימע. די ציל פון די רעקארדירונג איז צו הייבן די מאראל פון די אייסיס קעמפער וואס שטייען אויס שווערע און נאכאנאדיגע פארלוסטן אין סיריע און אין איראק. אל באגדאדי טוט מוטיגן זיינע קעמפער נישט צו אויפגעבן און רופט פאר גלאבאלע דשיהאד קעגן די מערב וועלט איבעראל, ער טוט אויך אונטערשטרייכן די וויכטיגקייט פון פירן א ״פסיכאלאגישע מלחמה״ מיט׳ן פיינט דורך סאציאלע מידיע און פארכאפן די יוגנט.

בילד: אייסיס פירער לעבט: פארעפנטליכט נייע רעקארדירונג פאר נאכפאלגער



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל