דער פראנצויזישער פרעזידענט עמנואל מאקראן האט געגעבן א רעדע אין א יוניווערסיטעט אין פאריז אין וועלכע ער האט ארויסגעלייגט זיינע פלענער און זיין וויזיע פאר די צוקונפט פון אייראפע, נאכדעם וואס פילע זענען באזארגט איבער די סטאביליטעט און צוקונפט פונעם פאראיין. אין זיין רעדע האט ער ארויסגעלייגט זעקס פונקטן. פארשטערקערן און מער באשיצן די גרעניצן פון א פלוס פון פליכטלונגען און אימיגראנטן. ארויפשטעלן א פאראייניגטע שטייער סיסטעם פאר פינאנציעלע טראנזאקציעס איבער גאנץ אייראפע. ארויפלייגן שטרענגערע רעגולאציעס איבער לופט פארפעסטיגונג איבער גאנץ אייראפע. אראפנעמען רעגולאציעס וועלכע שטערן פאר ביזנעסער, און אינוועסטירן שטייער געלטער אין טעכנאלאגישע פירמעס. אבער דאס מערסטע האט געהאט א אפקלאנג זיין רוף פאר א מאביליזירטע פאראייניגטע ״אייראפעישע ארמיי״ וועלכע זאל זיין אומאפהענגיק פון נאט״א און זיין גרייט צו באשיצן אייראפע. דאס ווערט געזען אלס רעאקציע צו די דראאונגען פון פרעזידענט טראמפ צו נאכלאזן נאט״א, א ענליכע פארשלאג האט מען שוין אויך געהערט פונעם דויטשן קאנצלערין אנגעלע מערקעל.

בילד: פרעזידענט מאקראן רופט פאר די גרינדונג פון א ״אייראפעישע ארמיי״



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל