ביז יעצט איז מען נאכנישט פונטקליך דערגאנגען וואס עס האט פאסירט צו אטטא ווערמביער, דער אידישער אפשטאמיגער אמעריקאנער סטודענט וועלכער איז צוריקגעברענגט געווארן אין א קריטישע צושטאנד פון נארט קארעא און איז געשטארבן א קורצע צייט דערויף, ער איז געווען פאר דעם ארעסטירט אין א נארט קארעא טורמע און עס איז געווען א פארדאכט אז ער איז אריבער שווערע פייניגונגען וואס האט פאראורזאכט אז ער זאל קראנק ווערן. די אהייא קאונטי טויט פארשער וועלכע האט אונטערזוכט דעם פאל זענען געקומען צו די באשלוס אז ער איז אומגעקומען צוליב דעם וואס זיין מח האט נישט באקומען גענוג אקסיגאן, ווארשיינליך צוליב דעם וואס ער איז דערשטיקט געווארן אין לויף פון זיין אויספארשונג דורך די אויספארשער וועלכע האבן זיך באנוצט מיט פיין מיטלן. די אויספארשער האבן אבער אפגעווארפן די שילדערונג פון זיינע עלטערן אז זיינע ציינער זענען געווען אויסגעהאקט.

בילד: מער דעטאלן אויפגעדעקט איבער טויט פון אטטא ווערמביער



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל