וואשינגטאן – די אמעריקאנער רעגירונג האט באשלאסן אפצוזאגן 95 מיליאן דאלאר אין הילפס געלטער פאר דער עגיפטישער רעגירונג, און אויף דערווייל אפצושטופן 195 מיליאן דאלאר וועלכע האט שוין געזאלט געגעבן ווערן אפאר מאנאטן צוריק. די טראמפ אדמיניסטראציע האט דערווייל גארנישט אפיציעל געמאלדן, נאר "רויטערס" האט באריכטעט פון עטליכע קוועלער אינערהאלב דער סטעיט דעפארטמענט, אז דער באשלוס צוריקצוהאלטן די געלטער וועט געמאלדן ווערן אין די נאענטע טעג אין דער עפנטליכקייט, און עס קומט צוליב וואס די עגיפטישע רעגירונג האט דערווייל נישט געמאכט גענוג פארשריט איבער מענטשן–רעכטן און איינשטעלן מער דעמאקראטיע אינערהאלב דער רעגירונג. ספעציפיש ווערן די געלטער צוריקגעהאלטן צוליב א ניי געזעץ וואס ערלויבט וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס אנצוגיין אין עגיפטן, נאר אויב זיי טוען דעוועלאפמענטאלע און סאציאלע ארבעט, און נישט גארנישט איבער דערציאונג און דעמאקראטיע ליטעראטור. עגיפטישע באאמטע האבן אנהייב יאר פארזיכערט פאר אמעריקע אז דאס געזעץ וועט סייווי נישט דורכגיין דעם פארלאמענט, אבער עס איז יא דורך און דער עגיפטישער פרעזידענט, על סיסי, האט עס געלאזט אריינגיין אין קראפט.

בילד: געלטער פאר עגיפטן ווערט צוריקגעהאלטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל