אלבאני – ניו יארק גאווערנאר ענדרו קאומא האט אונטערגעשריבן א געזעץ לטובת דעם ניו יארקער אידנטום, וואס וועט ערלויבן פאר אידישע בתי דינים דורכצופירן דין–תורה'ס אויך אין די זונטאגס, וואס איז ביז היינט נישט געווען אפיציעל ערלויבט, אמווייניגסטנס נישט אנערקענט. דאס געזעץ, וואס איז אריינגעגעבן געווארן אינעם סטעיט סענאט דורך סענאטאר ר' שמחה פעלדער ני"ו און אין דער סטעיט אסעמבלי דורך די אידישע אסעמבלי מיטגלידער מייקעל סימאנוויץ, דעוויד וועפרין און די פארזיצערין פון דער יוסטיץ קאמיטע העלען וויינשטיין, וועט ערלויבן פאר די אידישע בתי דינים דורכצופירן זיצונגען, טראצדעם וואס דאס סטעיט געזעץ ערלויבט נישט קיין געווענליכע געריכטליכע פראצעדורן אפגעהאלטן צו ווערן אום זונטאג. פסקים פון בתי דינים אין די זונטאגס, וועלן האבן א לעגאלן האפט אין געריכט, פונקט ווי די פסקים פון אנדערע טעג ביז יעצט.

בילד: קאומאו שרייבט אונטער בתי דינים געזעץ

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל