פוילן – די פירער פונעם אוישוויץ מוזעאום אין פוילן האבן ארויסגעגעבן א ווארנונג-סטעיטמענט, אז מען זאל קוקן אויף היסטאריע און זען צו וואס אנטיסעמיטיזם און ראסיזם פירט. די פירער פונעם מוזעאום האבן אנגעוויזן אז מען זאל זיך נעמען אין געדאנק, אז די אלע נאצי מערדער זענען געווען מענטשן וועלכע זענען פארוואנדלט געווארן אין חיות צוליב ראסיזם און אנטיסעמיטיזם, דארף מען וויסן אז די אלע זאכן קענען זיך אויסלאזן מיט ערנסטע פעלקער מאסן מארדן. דער סטעיטמענט איז געקומען אין רעאקציע צו די געוואלדטאטן אין אמעריקע ביים ראלי פון ראסיסטן און נעא-נאציס אין שארלוטסוויל, ווירדזשיניע, פאר 2 וואכן צוריק, און צו דעם וואס פרעזידענט טראמפ האט דאס אזוי פארווע פארדאמט.

בילד: אוישוויץ מוזעאום אין פרישער ווארענונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל