וואשינגטאן – א "ניו יארק טיימס" באריכט נעכטן האט געלויטעט אז די באציאונגען צווישן פרעזידענט טראמפ און דער רעפובליקאנער סענאט פירער מיטש מעקאנעל, זענען געווארן ערגער אין די לעצטערע פאר וואכן, און אז די צוויי האבן שוין נישט אויסגעטוישט קיין ווארט צווישן זיך, אריינגערעכנט טעלעפאנישע געשפרעכן, פאר עטליכע וואכן. דער ריס צווישן די צוויי קומט אלס רעזולטאט פון דעם וואס דער סענאט איז דורכגעפאלן צו באשטעטיגן אן אבאמאקעיר-אנולירונג ביל, וואס טראמפ באשולדיגט מעקאנעל אינעם דורכפאל, און מעקאנעל האלט אז טראמפ האט נישט גענוג כוחות און אינטערעסע אינוועסטירט דערין. דער טיימס באריכט זאגט אויך, אז אין געשפרעכן מיט זיינע פריינט זאגט מעקאנעל, אז ער ווייסט נישט צי טראמפ קען נאך אפראטעווען זיין פרעזידענטשאפט.

בילד: מעקאנעל און טראמפ ריס ווערט גרעסער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל