וואשינגטאן – אימעילס וועלכע זענען ארויסגעקומען פון עטליכע איינגעשטעלטע אינערהאלב דער קאנסערוואטיווע ברייטבארט נייעס אגענטור, צייגט אז די איינגעשטעלטע זענען גרייט זיך אנצונעמען פאר סטיוו בענאן און ארבעטן צו באשמוצן דזשעראד קושנער און זיין פרוי, טראמפ'ס טאכטער איוואנקע טראמפ. די אימעילס קומען פון א פארשוין וועלכער האט געשיקט פאלשע אימעילס צו עטליכע ברייטבארט איינגעשטעלטע, זיך אהערשטעלנדיג ווי גלייך ער איז סטיוו בענאן אליינס און ער בעט זייער הילף צו באשמוצן דזשעראד קושנער. אלעקס מערלאו, א הויפט עדיטאר פון ברייטבארט, האט געענטפערט צו די אימעילס אז ער וועט טאן וואס ער קען נאר, און אנדערע ברייטבארט איינגעשטעלטע האבן פארשפראכן אז זיי וועלן ארבעטן צו באשמוצן קושנער, אזוי אז ביז ענדע היי יאר זאל ער זיין ארויסגעווארפן פון ווייסן הויז.

בילד: וועט דזשעראד קושנער פליען פון ווייסן הויז?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל